נאציאנאלע מינאריטעטן און מינאריטעט שפראכן
דא קענט איר ליינען איבער מינאריטעט רעכטן און די מוניציפאליטעט’ס פליכט צו באשיצן און שטיצן די קולטור און שפראך פון נאציאנאלע מינאריטעטן.
די נאציאנאלע מינאריטעטן
פינף מינאריטעטן און פינף שפראכן
שוועדן האט פינף נאציאנאלע מינאריטעטן מיט זייערע מינאריטעט שפראכן
- שאמי און שאמי
- שוועדיש פיניש און פיניש
- טארנע וואלי מענטשן און מיענקיילי
- ראמאני מענטשן און ראמאני שטיב
- אידן און אידיש
איר האט די רעכטן
די ציל פון די שוועדישע מינאריטעט פאליסי איז אהערצושטעלן באשיצונג פאר די נאציאנאלע מינאריטעטן און צו שטיצן די היסטארישע מינאריטעט שפראכן אז זיי זאלן זיך האלטן ביים לעבן. קינדער’ס אנטוויקלונג פון א קולטוראלע אידענטיטעט און דאס באנוץ פון זייער אייגענע מינאריטעט שפראך זאל ספעציעל געשטיצט ווערן. איר וואס זענט א טייל פון א נאציאנאלע מינאריטעט זענט בארעכטיגט צו:
- אינפארמאציע איבער אייער רעכט צו נוצן אייער מינאריטעט שפראך.
- אינפארמאציע איבער אייערע רעכטן אין אייער אייגענע שפראך.
- געדאנקען און דיאלאג מיט די מוניציפאליטעט איבער אישוס וואס אפעקטירן אייך, אייער שפראך און אייער קולטור
ליינט מער איבער די געזעץ אויף נאציאנאלע מינאריטעטן און מינאריטעט שפראכן.
ליינט די גאנצע געזעץ אויף די שוועדישע פארליאמענט’ס וועבזייט.
ספעציעלע רעכטן פאר פיניש רעדנדע אין יעוולע מוניציפאליטעט
יעוולע מוניציפאליטעט איז א פיניש אדמיניסטראטיווע געגנט. דאס מיינט אז איר וואס זענט פיניש רעדנדע האט ספעציעלע רעכטן, אזויווי נוצן פיניש ווען איר פארבינט זיך מיט די מוניציפאליטעט. עטליכע ביישפילן פון די פינישע-שפראך סערוויסעס וואס מיר שטעלן צו זענען:
- קאסטומער סערוויס קאנטאקט, וואס שטעלט צו פינישע-שפראך סערוויסעס אין וואכנטעג פון 8 AM ביז 3 PM.
- באזוכט אונזער פינישע-שפראך וועבזייט
- די רעכט אויסצוקלויבן עלדערלי קעיר אין פיניש
- די רעכט אויסצוקלויבן פריסקול מיט צוטריט צו פיניש-רעדנדע שטאב
ראמאני איינשליסונג
אלס באפעסטיגונג פון די מינאריטעט פאליסי, , האט די רעגירונג באשלאסן אין 2012 אויף א צוואנציג-יעריגע סטראטעגיע פאר ראמאני אינקלושען. די עיקר ציל פון די סטראטעגיע איז אז ראמאני מענטשן וואס ווערן 20 אין 2032 זאלן האבן געלעגענהייטן אין לעבן אייניג צו מענטשן וואס זענען נישט-ראמאני. אין אירע אפאראציעס, זאל די מוניציפאליטעט פארזיכערן צוטריט צו די רעכטן פון די ראמאני.
פאן טעג
אלס א מיטל צו מאכן מערקבאר און צו שטיצן די נאציאנאלע מינאריטעטן און זייער קולטור, טוט די מוניציפאליטעט פלאטערן די פאן פון די מינאריטעט אויף נאציאנאלע טעג און אנדערע פייערונגען. איר קענט אויך זען די פענער ביי די טאון האל צענטער.
- אום פעברואר 6, פלאטערן מיר די שאמי פאן ווייל עס איז די שאמי נאציאנאלע טאג און די שאמי
מענטשן’ס טאג. די טאג ווערט געפייערט אין אנדענק פון די ערשטע שאמי נאציאנאלע זיצונג אין
.טראנדהיים אין 1917 - .אום פערואר 24 , וועלן מיר פלאטערן די פאן פון די שוועדישע פינער אוייפן טאג פון די שוועדישע פינער.
די טאג איז געווארן אויסגעקליבן צוליב דעם וואס עס איז געווען קארל-אקסעל גאטטלאנד’ס ) 1796-1875 ( געבורטסטאג. ער איז געווען א פינישער אנטראפאלאג און קולטוראלע פאליסי עקספערט וואס
האט געמאכט פארש רייזעס אין ווארמלאנד’ס פינישע וועלדער און אנדערש וואו. - אפריל 8 איז די נאציאנאלע טאג פון די ראמאניס און מיר פלאטערן די ראמאני פאן. דער טאג ווערט
געפייערט אין אנדענק פון די ערשטע ראמאני קאנגרעס אין לאנדן אין 1971 . - אום יולי 15 , פלאטערן מיר די טארנע פאן פאר טארנע וואלי טאג. אין דעם טאג, טוען טארנע וואלי
מענטשן פייערן זייער פארבינדונג צו זייער אפשטאם, זייער פלאץ און זייער פאמיליע. - דעצעמבער 6 איז פינלאנד’ס אינדעפענדענס טאג און מיר פלאטערן די פינישע פאן.
שטעלונגען און פארשריפטן פאר מינאריטעט פאליסי ארבעט
אלע שוועדישע מוניציפאליטעטן מוזן האבן פארשריפטן און צילן פאר זייער מינאריטעט פאליסי ארבעט. אין יעוולע, איז די ארבעט מיט נאציאנאלע מינאריטעטן א טייל פון די מוניציפאליטעט’ס ארבעט אויף סאציאלע סוסטעינעביליטי. דא וועט איר טרעפן די מוניציפאליטעט’ס סאציאלע סוסטעינעביליטי פראגראם.